לדוגמא: הרב שך | "הרב שך"
חפשו

די ברכה פון רבין האט זיי געראטעוועט


מאת: נח זבולוני
פורסם: אונזער ווארט | אונזער ווארט - עמוד פנימי - 20/03/1992 (יום ששי)
דער לובאוויטשער רבי טוט אלץ אין דער לעצטער צייט כדי צואיילן דאס אנקומען פון משיח. איינער פון די ווירק זאמסטע מיטלען האלט ער, איז: צוטיילן יעדן איינעם פון די וואס קומען אויף א חסידישן צוזאמענטרעף - א דאלאר. דאס וועט זיכער ברענגען די גאולה. האלט דער רבי.

לעצטנס האט דער רבי געפונען נאך א וועג ווי אזוי אראפצוברענגען משיח און דאס איז: אויפהענגען א סגולה-צעטל נעבן בעט פון קימפעטארינס.
אזעלכעס דארף מען אויפהענגען (זאגט דער רבי) סיי אין יידישע, סיי אין נישט-יידישע שפיטעלער. ער האלט אז אזעלכע סגולות זענען א ברכה פאר די געווינערינס און עס דערמוטיקט דאס מקיים זיין די ערשטע מצווה פון דער תורה - פרו ורבו ...

פאר אלעם דארף מען אויפקלערן אז די סגולה איז נישט קיין דערפינדונג פונעם רבין, דאס איז אן אלטער מנהג וואס איז געווען פארשפרייט צווישן די אינווינער פונעם אלטן יידישן ישוב אין ירושלים. אפילו היינט איז מען זיך דארטן נוהג אויפצוהענגען איינעם פון די 15 "שיר המעלות" צו וועלכן עס ווערן צוגעגעבן פסוקים פון זוהר און זיי דארפן דינען ווי א קמיע צו היטן סיי קימפעטארין, סיי דעם נארוואס געבוירענעם. א דאנק דער דאזיקער סגולה גלויבט מען, אז דער רך הנולד וועט ארומגענומען ווערן פון אן אטמאספער פון קדושה וטהרה און דאס איז זיכער א סגולה אז ער וועט זוכה זיין צו ווערן דערצויגן אין גייסט פון תורה, חופה ולמעשים טובים.

אזוי ווי די לאזונג פון לובאוויטש איז (ופרצת) זיך דורכברעכן א וועג אין אלע ריכטונגען, האט דער רבי פארארדנט זיינע חסידים זיי זאלן זיך ווענדן אין אלע שפיטעלער און בעטן מען זאל זיי דערלויבן אויפצוהענגען דאס דערמאנטע שיר המעלות.

שווער אויסצורעכענען וויפל עס באטרעפן די דאלארי וואס דער רבי האט ביז איצט צעטיילט און וואס מען וואלט אלץ געקאנט טאן מיטן געלט. יעדער איינער וויסט, אז דער דאלאר וואס דער רבי שענקט האט אן אויפגאבע; מקיים זיין די מצווה פון צדקה. וואס מערע מצוות - גרעסער זענען די אויסזיכטן אז משיח זאל קומען במהרה בימינו. בדרך כלל קריגט יעדער איינער פון די וואס קומען צום רבין - איין דאלאר. עס זענען אבער פאראן אויסנאמען. אויב עס האנדלט זיך אין א וויכטיקן מענטש, איז ער אים מוסיף נאך א דאלאר און אמאל צוויי און אויב עס האנדלט זיך אין א פערזענלעכקייט איז ער זוכה אז די אמעריקאנער טעלעוויזיע זאל אים פאראייביקן דורך וויזן ווי ער שטייט נעבן דעם רבין.

ווען עס האט אים לעצטנס באזוכט דער חבר-הכנסת אלי דיין, פון דער ארבעטס-פארטיי, האט ער געפרעגט דעם רבין צי עס וועט עפעס ארויסקומען פון דער שלום-קאנפערענץ אין מאדריד. "פון דער קאנפערענץ וועלן ארויסקומען בשורות טובות און הצלחה - האט דער רבי געענטפערט און געפאדערט אז די כנסת זאל ברענגען דאס גאנצע יידישע פאלק תחת כנפי השכינה. איר דארפט זיי דערמאנען אז דאס איז שייער אויפגאבע - האט ער געזאגט צום דעפוטאט.

נישט בלויז דאלארן פארטיילט דער רבי. נאר אויך פלעשער משקה. דער דאזיקער בראנפן (זאגט מען) האט א סגולה - ער קען ראטעווען יידן פון א זיכערן טויט און אלס אילוסטראציע איז כדאי צו ציטירן דעם בריוו וואס זיינער א חסיד, וועלכער איז אקטיוו אין דער ישיבה "תורת אמת" פון ירושלים, האט געשיקט צום רבין. אינעם בריוו ווערט געזאגט:
שבת פרשת חיי שרה, בין איך געגאנגען, אויף דער בקשה פונעם רבין, אין בית כנסת "צמח דלק" אין אלט-ירושלים, ווי אויך צום כותל המערבי, כדי מהנה זיין מיטן בראנפן פונעם רבין, די יידן וואס קומען זיך דארטן צונויף. נאכן קידוש אין שיל און נאכן "פארברענגען" וואס האט זיך פארצויגן ביז זון-אונטערגאנג, איז ביי מיר פארבליבן א ביסל משקה פונעם רבין. א טייל האב איך פארנוצט אויף הבדלה און דאס אויבעריקע איז געבליבן אין פלאש.

נאך מעריב האב איך באגלייט מיינעם א פריינד אין זיין הויז אין מערב-ירושלים. מיר זענען געגאנגען דורכן "שוק" וועלכער איז געווען ליידיק פון מענטשן. פלוצים האבן מיר געזען פינף יונגע אראבער, וועלכע האבן ביי מיר ארויסגערופן א פארדאכט. איך האב פארגעלייגט מיר זאלן צוריקגיין און זיך לאזן אין דער ריכטונג פון יידישן קווארטאל. מיין פריינט האט אפגעווארפן דעם געדאנק און מיר האבן פארגעזעצט דעם וועג דורך די שמאלע געסלעך פונעם "שוק". מיר האבן געזען ווי פיר אראבער פארלאזן דאס ארט און איינער בלייבט שטיין ביי דער וואנט פון זיין הויז. אזוי ווי מיר זענען פארביי די וווינונג פונעם איינציקן אראבער. האט ער פלוצים אנגעהויבן רופן זיינע חברים מיט באוויזן און אונז אנגעהויבן שלאגן מכות רצח.
מיין פריינט איז א צעבלוטיקטער אוועקגעפאלן אויף דער ערד און אויך ער האט אנגעהויבן שרייען. דאס האט דערשראקן די אראבער און אלע זענען אנטלאפן, נאר פון דערוויטנס האבן זיי אונז נאך באווארפן מיט שטיינער. איך האב דאן ארויסגענומען די פלאש פונעם רבין און דעם פראנפן אויסגעגאסן אויף די אראבער.

צו מיין גרויסער איבעראשונג האב איך געזען ווי די אראבער האבן זיך דערשראקן און זיך צעלאפן ...

איך האב נישט דעם מינדעסטן ספק אז דאס איז געווען אין זכות פונעם הייליקן רבין.
- אזוי האט דער חסיד געשריבן צו זיינע ידידים אין ברוקלין. דער דאזיקער אומגלויבלעכער פאל איז דארטן ברייט קאמענטירט געווארן.

דפים בנושא:


הערות: כתבה זו היא תקציר של הכתבה: הפלסטינים יכולים לחכות. משיח לא! שהופיע בעיתון "דבר" בתאריך 27/1/1992. לא ברור האם התרגום נעשה בידי נח זבולוני או בידי כתבי העיתון.

אונזער ווארט הוא עיתון יומי היוצא בפריס - צרפת. פירוש שמו הוא "המילה שלנו"


Powered By Click for details


אונזער ווארט אונזער ווארט - עמוד פנימי 1992

לחצו על המפה לתצוגה מדוייקת ואפשרות לצפייה בכתבות מאותו אזור.
במפה זו מופיעות הכתובות הבאות: 770 Eastern Parkway, Crown Heights, Brooklyn, ניו יורק, ארצות הברית (מגורי הרבי מלובביץ’)
 

ייזום והקמת האתר - אלי זבולוני - עולמות אפשריים בע"מ עולמות אפשריים בע"מ © 2010-2024 - עיצוב: סטודיו פיני חמו

© האתר ranaz.co.il והתוכן המצוי בו מוגנים בזכויות יוצרים. כל זכויות היוצרים על תוכן האתר שייכות לילדיו של נח זבולוני
כל התמונות באתר (אלא אם כן צוין אחרת) הן פרי יצירתו של אלי זבולוני בעל הזכויות בהם. אין לעשות בהן כל שימוש או לשנותן ללא הרשאה מפורשת מיוצר התמונות.
אין להעתיק, לשכפל, לחקות או לעשות כל שימוש בתוכן שבאתר ללא רשות בעלי הזכויות.
בקשות לשימוש בתוכן כלשהוא מהאתר יש לשלוח דרך דף צרו קשר.
הצהרת נגישות